All content for Pinches Glauber - Yiddish is the property of פנחס גלויבער פען and is served directly from their servers
with no modification, redirects, or rehosting. The podcast is not affiliated with or endorsed by Podjoint in any way.
די מלחמה מיט כאמאס פלאקערט נאך, אבער די שמועסן ווער ס'זאל נאך דעם איבערנעמען די שליטה אויף דעם פלאץ האבן זיך שוין אנגעהויבן. וואס זענען די ברירות און ווער וויל וואס?
די גדולה מיט אן אטאקע פון תימן וואס איז אפגעשטעלט געווארן אין ספעיס: די געשיכטע פונעם מיסיל וואס פליט אזוי הויך ווי סאטעליטן און לאזט זיך נישט כאפן און אראפשיסן.
די 'כוטיס' פון תימן האבן זיך אריינגעמישט אין דער מלחמה וואס מדינת ישראל פירט מיט כאמאס. ווער זענען די מענטשן און וויאזוי זענען זיי פארבינדן מיט דעם קאנפליקט?
דער זעקס-עקיגער שטערן איז דורות-לאנג געווען באטראכט אלס אידישער סימבאל, און די נאציס ימ"ש האבן אים געניצט אין דעם לעצטן חורבן. דער מקור פון דעם סימבאל איז אבער פארשלייערט אין מיסטעריע, מיט א מעגליכקייט אז ס'קומט בכלל נישט פון אידן.